בס״ד
א גוטן הרב ר' יואל. איך בין א יונגערמאן פון קרית יואל. איך שרייב צו דיך וועגן א בקשה, ביטע זייט אזוי גוט, נעמט די מינוט דורכצוליינען מיין בריוו.
איך ארבעט שוין אפאר יאר פון 9:00 טו 6:00, און ס'איז מיר ביטער ביטער שווער. איך פיל אז ס'איז נישט געמאכט פאר מיר. איך בין איבערצייגט אז איך וויל עפענען א ביזנעס צו עפעס וואס איך האב א געפיל, און אזוי זיך קענען אוועקשטעלן אויף די פיס.
איך בין געקומען צו די מסקנא אז איך וויל עפענען א ביזנעס וואס וועט מאכן הערליכע שיינע גרויסע waterfalls פאר מענטשן אין זייער בעקיארד, וואס איז שוין פון פאראויס פראדוצירט און גרייט צו ווערן אינסטאלירט. אבער כדי אנצוהייבן מוז איך האבן כאטשיג הונדערט טויזנט דאלער, איך האב נישט קיין וועג וויאזוי מיך אליינס אפצושפארן די געלט, ווייל מיין באדזשעט איז שוין יעצט העכער מיין הכנסה.
איך וויל באמת נישט דארפן צוקומען צו קיין מענטשן, אבער טאקע כדי נישט צו דארפן צוקומען צו מענטשן, דארף איך מיך קענען אוועקשטעלן אויף א געהעריגע וועג, ממילא מוז איך יעצט בארגן די געלט.
די סיבה פארוואס איך קום דוקא צו אייך, איז ווייל איר אליין ווייזט שטענדיג אז איר האט די מעגליכקייט צו געבן און אויך אז איר האט א גוט הארץ צו העלפן אנדערע.
דער רמב"ם שרייבט, אז די גרעסטע מדרגה פון צדקה איז אוועקצושטעלן א מענטש ער זאל מער נישט דארפן צוקומען צו קיין צדקה.
ס'איז דא א באקאנטע מעשה פון צוויי חברים וואס האבן נישט געהאט קיין געלט, און איינער האט באמערקט ווי ס'קומט שטענדיג אן צו די אנדערע חבר א ענוועלאופ און ער נעמט ארויס פון דארטן געלט. האט ער אים געפרעגט פון וואו ער באקומט שטענדיג געלט? האט ער געזאגט אז ער באקומט עס פון זייער אנדערע חבר וואס וואוינט אין א אנדערע שטאט.
איז איין טאג ווען ער האט געטראפן דער דריטער חבר, האט ער אנגעהויבן צי שרייען אויף אים, "מיר האבן אלע דריי צוזאמען געלערנט, אין מיר זענען אייביג צוזאמען געווען חברים, פארוואס שיקסטו נאר פאר דער אנדערע חבר, און פאר מיר שיקסטו קיינמאל נישט קיין געלט?" האט ער אים געזאגט, "זייער פשוט, דער אנדערער בעט, דו האסט קיינמאל נישט געבעטן."
ממילא, כאטשיג איך פארשטיי אז ס'איז א שווערע זאך און ס'איז נישט ווייניג געלט, אבער כאטשיג דארף איך 'בעטן'. איז איך וויל בארגן הונדערט טויזנט דאלער, און אם ירצה השם ווען איך וועל מצליח זיין וועל איך עס בלי נדר באצאלן.
איך האב דא מיטגעלייגט בילדער צו זעהן פון וואס איך רעד, איך האב שוין געמאכט גאר אסאך ריסורדזש, אין געמאכט סעמפלס, איך דארף נאר האבן געלט זיך צו קענען רירן ווייטער, צי באצאלן פאר פארפעשנעל דיזיינערס אין אידזשענירן, צי ארויסקומען מיט א פארטיגע פראדוקט ממילא בעט איך אייך ביטע העלפט מיך ארויס.
פאר מער איבער מיר; (ביטע האלטן פריוואט) מיין ערשטע נאמען איז חיים, און איך בין א נעפיו פון אייער ברודער שלומי. א גרויסן יישר כח.
phone number (914) 353-0057



